ווענעזועלע – דער ווענעזועלער דיקטאטור ניקאלעס מאדורא האט נעכטן געזאגט אז ער וועט ארבעטן צו בלאקירן זיין אפאזיציע פון קענען בכלל אנטיילנעמען אין די פרעזידענט וואלן וואס וועלן פארקומען קומענדיגן יאר אין לאנד. מאדורא'ס ווארענונג קומט נאכדעם וואס לאקאלע מעיאר וואלן זענען פארגעקומען איבער'ן לאנד, וואו די אפאזיציע האט מער-ווייניגער באיקאטירט די וואלן, זאגנדיג אז עס ווערט אפגעהאלטן אויף א ספעציעלן אופן צו בענעפיטירן נאר אזעלכע קאנדידאטן וואס שטיצן פרעזידענט מאדורא. אין רעאקציע צו די מעיאר וואלן, וואו זיין פארטיי איז טאקע אריינגעקומען גאר שטארק, האט מאדורא געזאגט אז ער קלערט פון באשטעטיגן א ניי געזעץ וואס וועט דערקלערן אז נאר אזעלכע פארטייען וועלכע נעמען פולקאם אנטייל ביי לאקאלע וואלן קענען ארויסשטעלן קאנדידאטן אין די פרעזידענט וואלן אין יאר 18'.

בילד: מאדורא וויל בלאקירן אפאזיציע אין וואלן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל