שטאקהאלם – שוועדישע פאליציי פארשן אויס אן ארסאן אטאקע פלאן קעגן א אידישן טשאפעל. דער אינצידענט האט פאסירט אין מאלמא, די דריט גרעסטע שטאט אין שוועדן, וואו צוויי ברענענדיגע אביעקטן זענען געווארפן געווארן אין ריכטונג פון דער טשאפעל געביידע, הארט נעבן ארטיגן אידישע בית החיים. די געביידע האט נישט געליטן קיין ערנסטע שאדנס און קיינער איז נישט פארוואונדעט געווארן פון דעם פייער. עס איז שוין די צווייטע אנטיסעמיטישע אטאקע אין בלויז די לעצטע 3 טעג, נאכדעם וואס שבת האבן מוסולמענער פראטעסטירער געשאסן א פלאש-באמבע אויף א שוהל אין דער שוועדישער שטאט גאטענבורג. פאליציי און רעגירונג באאמטע אין שוועדן האבן נעכטן ווידערהאלט אז זיי פארדאמען און אקצעפטירן נישט קיין שום סארט אנטיסעמיטיזם, און מען האט געהערט אז די פאליציי וועט פארשטערקערן איר וואך אין אלע אידישע געגנטער איבער'ן לאנד.

בילד: אידישער טשאפעל אין שוועדן געצילט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל