ניו דזשערסי – די באקאנטע "ראטגערס אוניווערסיטעט" אין ניו דזשערסי האט אויפגעזאגט א פראפעסאר פון זיין הויכע פאזיציע אלס א דירעקטער אין דער אוניווערסיטעט, נאכדעם וואס אנטיסעמיטישע סטעיטמענטס זענען אפירגעקומען וואס ער האט געשריבן אויפ'ן אינטערנעט. די רעדע איז פון פראפעסאר מייקל טשיקינדאס (Michael Chikindas), וועלכער האט אין לויף פון די לעצטערע מאנאטן נאכאנאנד געשריבן העסליכע אנטיסעמיטישע ארטיקלען אויפ'ן אינטערנעט, שרייבנדיג צווישן אנדערן אז אידן האבן דורכגעפירט די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס, און אראפרייסנדיג שטארק פרעזידענט טראמפ'ס אידישער איידעם און טאכטער פאר זייער אידישקייט. פראפעסאר טשיקינדאס האט אויך מיטגעטיילט פאר זיינע נאכפאלגער פארשידענע העסליכע אנטיסעמיטישע קאריקאטורן, און זיינע קאמענטארן האבן געצייגט אז ער נעמט די זאכן זייער לייכט. די אוניווערסיטעט האט געזאגט אז זיי קענען אים בלויז נידערן אין ראנג, און נישט אינגאנצן אויפזאגן, וויבאלד ער האט "טעניאר", וואס באדייט אז ער איז פארזיכערט מיט זיין פאזיציע ביז רעטייערמענט.

בילד: ראטגערס אוניווערסיטעט

בילד: פראפעסאר מייקל טשיקינדאס

בילד: אנטי מדינת ישראל פאוסט אויף פעיסבוק

בילד: ביליגע אנטיסעמיטישע לאזונג אז אידן דרייען זיך ארויס פון יוסטיץ

בילד: די פראפעסאר שיקט ווייטער די טיפישע אנטיסעמיטישע קארטון

בילד: די פראפעסאר פארשפרייט א קארטון אז אידן נעמען צו דאס עסן פון די גוים

בילד: די אנטי-מדינת ישראל לאזונגען איז א קלאהרע אנזאג אויף זיין אנטיסעמיטישקייט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל