וואשינגטאן – די פעדעראלע טראנספארטאציע זיכערהייט אדמיניסטראציע, בעסער באקאנט אלס די "טי-עס-עי", האט אנגעהויבן דורכפירן פראבעס אויף א ספעציעלן מאשין, וועלכע קען אויפכאפן אפילו אזעלכע פרימיטיווע זעלבסטמארד וועסטלעך ווי דער "פארט אויטאריטי טעראריסט" האט געטראגן מיט זיך פאריגע וואך ביי דער דורכגעפאלענער טעראר אטאקע אין ניו יארק סיטי. די מאשינקעס ווערן אויספרובירט לענגאויס פובליק טראנזיט צענטערן אין לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע, וועלנדיג זען צי עס פונקציאנירט טאקע הונדערט פראצענטיג און מען קען זיך דערויף פארלאזן אלס א פארמיידער פון טעראר אטאקעס.

די נייעס אז די מאשינען ווערן אויספרובירט אין לאס אנדזשעלעס, האט געברענגט אויפברויז ביי ניו יארקער פאליטישאנס, הויפטזעכטליך ביי סענאטאר טשאק שומער, וועלכער האט געזאגט אז ס'איז וויכטיג אז די מאשינקעס זאלן אויך ארויסגעשטעלט ווערן אין ניו יארק סיטי, אין באס סטאנציעס, סאבוועי סטאנציעס און לופטפעלדער, וויבאלד ניו יארק איז גאר אפט א ציל פון טעראריסטן אין די לעצטערע יארן.

בילד: טי-עס-עי פרובירט נייע באמבע-דערשפירער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל