וואשינגטאן – דער דעמאקראטישער אלאבאמא סענאטאר-עלעקט דאג דזשאונס, האט נעכטן ווארשיינליך געברענגט קאפ-ווייטאג און אנגעצויגנקייט פאר פילע דעמאקראטן אין וואשינגטאן, ווען ער האט געזאגט אז ער קלערט ערנסט צו שטימען אויף דער זייט פון די רעפובליקאנער אויף פילע וויכטיגע אישוס. דזשאונס האט געגעבן אן אינטערוויו אויף סי-ען-ען, וואו ער האט קלארגעשטעלט אז די דעמאקראטן זאלן נישט ערווארטן אז ער וועט שטימען מיט זיי אינאיינעם אויף יעדע זאך, און דאס זעלביגע וועט ער אוודאי נישט שטימען אייביג מיט די רעפובליקאנער, נאר ער וועט יעדעס ביל באטראכטן, זען צי עס בענעפיטירט די אמעריקאנער בירגער און די איינוואוינער פון זיין היימסטעיט אלאבאמא, און לויט דעם באשליסן וויאזוי צו שטימען. סענאטאר-עלעקט דזשאונס האט געגעבן אנצוהערן אז די אישו פון אינפראסטרוקטור – דאס הייסט א פלאן פון דער טראמפ אדמיניסטראציע צו שפענדן ביליאנען דאלארן איבערצומאכן שאסייען, בריקן און טונעלן איבער'ן לאנד – איז עפעס וואס ער זעט אז ער וועט מיטארבעטן מיט די רעפובליקאנער, עס צו עררייכן. דזשאונס האט אויך קלארגעשטעלט אז ער האלט נישט אז טראמפ דארף רעזיגנירן צוליב די באשולדיגונגען פון פערזענליכע מיסברויכן.
הוסף רשומת תגובה