לאס אנדזשעלעס – 12 סטעיטס האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע אינעם סופרים קאורט, אין וועלכע זיי פארלאנגען אז דאס העכסטע געריכט אין לאנד זאל בלאקירן א קאליפארניער געזעץ וועלכע מאכט גאר שווער פאר פארמערס צו פארקויפן זייערע פראדוקטן אין די גרויסע סטעיט. מיזורי'ס אטוירני דזשענעראל האט געמאלדן אז די קלאגע איז אריינגעגעבן געווארן איבער דעם וואס קאליפארניע פארמאגט א געזעץ אז פארמערס פון אנדערע סטעיטס מעגן פארקויפן זייער הינער'ס אייער אין דער סטעיט, נאר אויב די הינער ווערן געהאלטן אין גענוג גרויסע שטייגן, אז זיי האבן פלאץ וואו זיך געהעריג אויסצושפרייטן זייערע פליגלען. די 12 סטעיטס זאגן אז דאס ברענגט פרישע קאסטן פאר די פארמערס, וואס א דאנק דעם דארפן זיי העכערן די פרייזן פון אייער, און קאלעקטיוו קאסט עס פאר קאנסומערס איבער'ן לאנד פרישע 350 מיליאן דאלאר יערליך. די קלאגע איז אז דאס קאליפארניער געזעץ פארלעצט פעדעראלע "אינטערסטעיט קאמערץ" געזעצן.

בילד: צוועלף סטעיטס קלאגן קאליפארניע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל