וואשינגטאן – דער סופרים קאורט האט נעכטן געאורטיילט אז די טראמפ אדמיניסטראציע קען פולקאם אינפארסירן דעם "טראוועל פארבאט", וואס צוימט איין טראוועל קיין אמעריקע פאר בירגער פון זעקס מאיאריטעט-מוסולמענער לענדער. די ריכטער האבן געזאגט אז דער פארבאט קען געהעריג אינפארסירט ווערן אפילו אין דער צייט וואס ס'גייען ווייטער אן לעגאלע קאמפן אין נידריגערע פעדעראלע געריכטן, און דער פארבאט אפעקטירט בירגער פון טשאד, איראן, ליביע, סאמאליע, סיריע און תימן. נידריגערע געריכטן האבן אין די לעצטערע וואכן עטליכע מאל געאורטיילט איינצוצוימען דעם טראוועל פארבאט, אז ס'זאל נישט אפעקטירן אזעלכע וואס קומען פון די זעקס לענדער און פארמאגן נאענטע פאמיליע מיטגלידער אין אמעריקע, אבער דער נעכטיגער סופרים קאורט אורטייל באדייט אז דער פארבאט קען אינפארסירט ווערן מיט'ן פולן שטארקייט, אן קיין שום צוימונגען, געבנדיג א שטארקן זיג פאר דער טראמפ אדמיניסטראציע.
טראוועל פארבאט אינגאנצן אין אפעקט
איראן
געריכט
דאנעלד טראמפ
טשאד
ליביע
סאמאליע
סופרים קאורט
סיריע
פאליטיק
פון דער יוד
רייזע פארבאט
תימן
הוסף רשומת תגובה