אין די לעצטע וואכן איז אנטשטאנען א ריס אין די קאאליציע פון פרא-איראנער פראקציעס אין תימן, און די קאאליציע וואס איז געשטאנען צו די זייט פון די חוטי רעבעלן איז זיך צופאלן, און היינט האבן די הוטי רעבעלן באמבאדירט דעם הויז פונעם געוועזענעם פרעזידענט פון תימן עלי עבדאללה סאלח אין די הויפטשטאט צנעַה, דער פרעזידענט איז ארויסגעווארפן געווארן פון אמט דורכאויס די מאסן פראטעסטן אין 2011.
אין די לעצטע שלאכטן צווישן די הוטי רעבעלן און די סאודיע געשטיצטע רעגירונג זענען סאלח און זיינע שטיצער געווען איליאירט מיט די הוטי רעבעלן און געקעמפט אינאיינעם, אבער אין די לעצטע פאר טאג האבן אויסגעבראכן שלאכטן צווישן די פראקציעס אין די קאאליציע און ארום 150 מענטשן זענען אומגעקומען אין די געשלעגן.
די געשלעגן האבן אויסגעבראכן נאכדעם וואס די פארטיי פונעם געוועזענעם פרעזידענט האט איבערגענומען קאנטראל פון מיינסטנס רעגירונג געביידעס אין די הויפט שטאט, און האבן באפוילן פאר די רעגירונג באאמטע נישט צו פאלגן די הוטי רעבעלן פירער. אין רעאקציע האבן די הוטי רעבעלן דורכגעפירט אטאקעס, און צווישן אנדערע אומגעברענגט דעם געוועזענעם פרעזידענט וועלכער איז א צענטראלע פיגור איין לאנד.
די סאודיער מיליטער האט אין די לעצטע טעג פארשארפערט אירע אטאקעס קעגן די הויפטקווארטירן פון די הוטי טעראר גרופע וועלכע ווערט געשטיצט דורך איראן, און עפנטליך אויסגעדריקט שטיצע אין די שריט פון די סאלח פראקציע זיך צו אפרייסן פון די הוטי רעבעלן.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה