אין די לעצטע וואכן זינט די ברעקזיט געשפרעכן צווישן ענגלאנד און די אייראפעישע פאראיין איז אריין אין אירע ערנסטערע פאזעס איז ווידער ארויפגעשווימען די היסטארישע קאנפליקט צווישן ענגלאנד און די רעפובליק פון אירלאנד, נאכדעם וואס ברעקזיט באדייט אז זי וועט נישט האבן קיין טעראטאריאלע פארבינדונג צו די אייראפעישע פאראיין פון וועלכע זי וועט בלייבן א טייל טראץ די ברעקזיט. א זאך וואס שטעלט אונטער פראגע צייכן איינע פון די פרינציפן פון מיטגלידערשאפט אין די אייראפעישע פאראיין ״פרייע באוועגונג פון מענטשן און סחורה״ וויבאלד עס וועט דארפן דורכגיין ענגלאנד.

די פראבלעם ווערט פילפאכיג מער קאמפליצירט נעמנדיג אין באטראכט אז צפון איראלנד איז א חלק פון די פאראייניגטע קעניגרייך און אירלאנד איז א זעלבסשטענדיגע לאנד, וואס באדייט אז אצינד וועט צפון אירלאנד נישט זיין אינעם אייראפעישן פאראיין, און אויב וועט אויפגעשטעלט ווערן א גרעניץ צווישן צפון אירלאנד און אירלאנד קען דאס ווידער אויפוועקן א אלטע ביטערער קאנפליקט צווישן די באפעלקערונג אין צפון אירלאנד און די ענגלישע רעגירונג, א קאנפליקט וואס האט געברענגט פילע קרבנות ביז צום שלום אפמאך אין 1997 באקאנט אלס דער ״אפמאך פונעם גוטן פרייטאג״.

אונטער דעם אפמאך האט זיך ענגלאנד אונטערגענומען נישט צו שטעלן קיין גרעניץ צווישן צפון אירלאנד און צענטער איראלאנד און אזוי אויך געשאנקן אויטאנאמיע, אבער אצינד ווען איינע פון די צילן פונעם בריטישן רעגירונג איז צו פארזיכערן אירע גרעניצן דארף זי אויפקומען מיט א וועג צו שטעלן א גרעניץ צווישן אירלאנד וואס איז א טייל פונעם אייראפעישן פאראיין און צפון אירלאנד וואס איז א טייל פונעם פאראייניגטע קעניגרייך, היינט האבן די פארשטייער פון ענגלאנד און די אייראפעישע פאראיין געמאלדן אז די געשפרעכן האבן זיך געענדיגט אן קיין רעזולטאטן וויבאלד מען האט דערווייל נישט געטראפן קיין לעזונג צום פראבלעם, אבער עס איז באשטימט געווארן א דאטום פאר פרישע געשפרעכן.

בילד: ברעקזיט געשפרעכן פאלן דורך צוליב אירלאנדישע גרעניץ פראבלעם

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל