סאטעליט בילדער וועלכע זענען היינט פארעפנטליכט געווארן באשטעטיגן פריערדיגע באריכטן איבער באמבאדירונגס אקציע וואס די מדינת ישראל מיליטער האט דורכגעפירט אויף א איראנער מיליטערישע באזע וועלכע האט זיך געפונען נישט ווייט פון די מדינת ישראל גרעניץ אויף די גולן בערג, אין די בילדער זעט מען ווי עטליכע געביידעס אינעם באזע זענען גענצליך רואינירט געווארן אין די אטאקע. די מדינת ישראל מיליטער האט נישט אפיציעל באשטעטיגט אז זי האט דורכגעפירט די אטאקע, אבער דאס איז געווענליך איר פאליסי אלעמאל ווען זי אטאקירט אין סיריע. מדינת ישראל האט אין די לעצטע מאנאטן קלאגעשטעלט אז זי וועט נישט טאלערירן קיין איראנער אנוועזנהייט נאנט צו אירע גרעניצן און אז זי וועט נעמען אלע מיטלן דאס צו פארמיידן. לויט באריכטן אין די סירישע פרעסע איז די באמבאדירונג דורכגעפירט געווארן מיט ערד-צו-ערד מיסילס וועלכע זענען געקומען פון מדינת ישראל, און אז טייל פון די מיסילס זענען אראפגעשאסן געווארן דורך א סאפיסטיקירטע רוסישע אנטי-מיסיל שוץ סיסטעם.

בילד: מדינת ישראל באמבאדירט איראנער באזע אין סיריע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל