א פייער וואס האט אויסגעבראכן אין הויז פון א אידישער משפחה אין דער שיפּסהעד-בעי געגנט פון ברוקלין, האט אפגעקאסט די לעבנס פון דער מאמען און דריי קינדער, ר"ל.

ניין נפשות -- די עלטערן, זייערע זעקס קינדער, און א קרוב -- האבן זיך געפונען אין הויז ווען ס'איז פארכאפט געווארן אין העלישע פלאמען אינמיטן דער פארגאנגענער נאכט, פון א פייער וואס האט זיך בליץ-שנעל צעשפרייט איבער'ן גאנצן בנין.

א שכן וואס האט באמערקט די פייער-צינגען האט אלארמירט די פייערלעשערס, וועלכע האבן זיך באוויזן ביז מינוטן און פרובירט זיך אריינרייסן אין הויז און ארויסשלעפן די איינוואוינערס.

ליידער איז עס שוין געווען צו שפעט, און די מאמע מיט דריי קינדער -- אן עלף-יעריג יונגל, א זיבן-יעריג יונגל, און א דריי-יעריג מיידל -- זענען שוין נישט געווען בין החיים ווען די פייערלעשערס זענען אנגעקומען צום צווייטן שטאק.

דער טאטע מיט צוויי קינדער, א זעכצן-יעריג מיידל און א פופצן-יעריגער בחור, זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א קריטישן צושטאנד. די צוויי קינדער זענען אראפגעשפרינגען פון דאך, נאכ'ן זיך אויפוועקן פון די פייער-אלארמען און זען אז דאס גאנצע הויז איז אין פלאמען און ס'איז אוממעגליך ארויסצולויפן.

דער גורם צום פייער איז דערווייל נישט באשטעטיגט געווארן, הגם די מעגליכקייט אז ס'האט זיך אנגעהויבן פון א ברענענדיגער מנורה ווערט נישט אויסגעשלאסן.

די לוי' וועט פארקומען זיבן אזייגער אין אוונט, אין פראנט פון בית הכנסת 'שבת אחים' אין פלעטבוש, פון וואו די נפטרים וועלן אפגעפירט ווערן לקבורה קיין ארץ ישראל.

די נעמען מתפלל צו זיין פאר א רפואה שלימה זענען: יוסף בן אהובה מסודה, שליט בת עליזה, אברהם בן עליזה, דניאל בן עליזה.

זאל דער אויבערשטער טרייסטן די קרובים און שיקן א רפואה שלמה פאר די געשעדיגטע.

בילד: שרעקליכע פייער-טראגעדיע באטרעפט אידישע משפחה אין ברוקלין

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל