די בריטישע און לעבאנעזישע אויטאריטעטן האבן געעפנט א פאראייניגטע אויספארשונג איבערן טויט פון רעבעקע דייק, א 30-יעריגע בריטישע פרוי, וועלכע איז אן איינגעשטעלטע אין די בריטישע אמבאסאדע אין ביירוט. איר קערפער איז געפונען געווארן דעם מוצאי שבת, און די צייכנס האבן געוויזן אז זי איז פארכאפט און אומגעברענגט געווארן.

פאליציי אין לבנון האבן ארעסטירט א טעקסי דריווער, וועלכער ווערט פארדעכטיגט אין האבן דורכגעפירט דעם מארד, און דערקלערט אז זיי קאאפערירן מיט די בריטישע אויטאריטעטן צו דערגיין וואס עס האט פאסירט, אבער ווי עס שיינט האט דער מערדער נישט געהאט קיין פאליטישע מאטיוון.

בילד: בריטישע דיפלאמאטין אומגעברענגט אין לבנון

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל