פילע צענדליגער טויזנטער פאסאזשירן אינעם אינטערנאציאנאלן לופטפעלד אין אטלאנטא, דזשארדזשיע, זענען געבליבן געשטראנדעט צוליב א טיילווייזן קורצשלוס. איבער טויזנט פליגער רייזעס זענען אפגערופן געווארן און נאך עטליכע הונדערט פארשפעטיגט געווארן צוליב דעם קורצשלוס, און הונדערטער אריינקומענדיגע פליגערס זענען געשיקט געווארן צו דערנעבנדיגע לופטפעלדער.

דער לופטפעלד איז דער פארנומענסטער אין די וועלט, און ווערט באנוצט דורך איבער 250,000 רייזנדע טעגליך. די יעצטיגע קורצשלוס קומט אין די ברען פון דעם פארנומענסטן חגאות סעזאן אינעם יאר.

די קורצשלוס האט פאסירט צוליב א פייער וואס האט אויסגעבראכן אינעם קעלער פונעם לופטפעלד, וואו עס געפונען זיך די עלעקטראנישע איינריכטונגען. די לופטפעלד האט אריינגעברענגט צענדליגע ארבייטער צו פארריכטן דעם פראבלעם, און מאנטאג אינדערפרי איז דער פראבלעם פארראכטן געווארן, אבער די לאסט וואס עס האט געשאפן ברענגט נאך אלס שווערע אומבאקוועמליכקייטן און כאאס אינעם גרויסן לופטפעלד.

בילד: וועלטס פארנומענסטע לופטפעלד פארקריפלט צוליב קורצשלוס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל