דער ריטעיל-סעקטאר איבער'ן לאנד האט אנגעהויבן דעם חגאות-סעזאן מיט'ן רעכטן פוס, און די ציפערן זענען דערווייל איבערגעשטיגן די ערווארטונגען, וואס ווערט פארטייטשט ווי א סימן אז די עפנטליכקייט שפירט די רעזולטאטן פון א פארבעסערטן צושטאנד אין דער עקאנאמיע.

די סטאטיסטיק שטימט מיט אנדערע פאזיטיווע באריכטן, ווי פון דעם "פעדעראל רעזערוו" און אנדערע, וואס ווייזן אויך אז די עקאנאמיע געפינט זיך אין א גוטן צושטאנד.

די "קאַמערס דעפארטמענט" ווייזט אן, אז אויסער דעם וואס מער מענטשן קויפן איין דורכאויס דעם סעזאן, שפענדט מען אין דורכשניט מער ווי אין דער זעלבער צייט דורכאויס די פארגאנגענע עטליכע יאר.

אויך דער "לעיבאר דעפארטמענט" האט גינסטיגע נייעס, און האט נארוואס פארעפנטליכט א סטאטיסטיק וואס ווייזט, אז דער סכום פון אפליקאנטן פאר ארבעטסלאזיגקייט בענעפיטן איז אויך געפאלן -- א סימן אז מער מענטשן טרעפן ארבעט ווי פריער.

דער אינטערנאציאנאלער מארקעט איז ווי עס שיינט צופרידן מיט די נייעס, און די ווערט פונעם דאלאר האט זיך געהויבן אין אנבליק פון די פאזיטיווע נייעס מיט דער עקאנאמיע.

בילד: אמעריקאנער עקאנאמיע ווייזט גוטע סימנים

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל