דורכאויס א רוטינעם שפאציר מיט ארום אכט יאר צוריק, האט א מאן זיך אנגעשטויסן אין א קליינער, פיר-וואכיגער וועווערקע (squirrel), וועלכע איז געלעגן צע'מזיק'ט און צעשעדיגט נאך אן אטאקע פון א פארציקנדער פויגל.

דער מאן, ברענטלי העריסאן, האט זארגפעליג אויפגעהויבן די באשעפעניש און זי אהיימגעברענגט, וואו די משפחה האט אנגעהויבן פיטערן און זארגן פאר דער וואוילזיין פון דער קליינער חי'לע.

נאך דעם וואס די וואונדן האבן זיך פארהיילט און די וועווערקע איז געווען גרייט, האט העריסאן זי ארויסגעלאזט אויף דער פריי, וואו די באשעפעניש האט נאטירליך ליב צו זיין.

די פאמיליע וואלט פארגעסן פון דער געשיכטע, ווען נישט דעם פאקט וואס מיט עטליכע טעג שפעטער האט די וועווערקע זיך אומגעקערט צו דער פאמיליע אויף א באזוך. די באשעפעניש האט דאס צוביסלעך פארוואנדלט אין א רוטין, און צו יעדער שטיק צייט כאפט זי זיך אריבער צו דער העריסאן-פאמיליע.

שוין אכט יאר שפעטער, און די וועווערקע, וועלכע לעבט זיך אויף דער פריי גליקליך און צופרידן, האלט ערליך אן מיט אירע הכרת-הטוב באזוכן ביי דער משפחה וואס האט איר געראטעוועט דאס לעבן.

בילד: וועווערקע באזוכט רעטער-פאמיליע 

בילד: דער וועווערקע מאכט א ברכה מיט א היט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל