נאך צוויי וואכן פון א גאר מאסיווע זוכעריי אקציע פאר די פאר א פארשוואונדענע סומבארין פון די ארגעניטינער נעיווי האט די מיליטער היינט געמאלדן אז זיי רופן אפ די זוכעניש וויבאלד עס איז שוין נישטא קיין האפענונג צו טרעפן די מאטראזן ביים לעבן. ווי באריכטעט זענען אויף דעם סומבארין געווען 22 מאנשאפט מיטגלידער און די שטאב האט זיך פארבינדן צו די נעיווי הויפטקווארטירן צו באריכטן איבער א פראבלעם מיט די עלעקטעריציטעט, אבער שפעטער האבן זיי געזאגט אז עס איז געלעזט אבער זינט דאן האט מען נישט געהערט פון זיי און מען האט פארלוין קאנטאקט.

דאס האט געברענגט א מאסיווע זוך אקציע אין וועלכע עס האבן זיך באטייליגט 28 שיפן, 9 פליגער, און איבער 4000 עקספערטן פון 18 לענדער, אבער אצינד זאגן די אויטאריטעטן אז עס איז אוממעגליך צו טרעפן די מאנשאפט ביים לעבן וויבאלד זיי האבן דארט אקסיגען צו איבערלעבן מאסימום 9 טעג. די פאמיליעס פון די פארשוואונדענע האבן גאר ביטערליך און שארף פראטעסטירט דעם באשלוס און באשולדיגן די מיליטער און פארנאכלעסיגן זייער זיכערהייט מיט׳ן זיי שיקן אינעם סומבארין וואס האט געהאט טעכנישע פראבלעמען, און אצינד מיט׳ן אפרופן די זוך אקציעס זענען די געמיטער גאר אנגעצויגן.

בילד: ארגעניטינע שטעלט אפ זוך אקציע פאר פארשוואונדענע סומבארין

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל