נאכדעם וואס אירע פארהאנדלונגען מיט צענטער רעכטע און צענטער לינקע פארטייען זענען דורכגעפאלן, ארבייט די דוישטע קאנצלערין מערקעל גאר העפטיג צו פארעמען א אלטערנאטיווע קאאליציע צו פארמיידן די מעגליכקייט פון פרישע וואלן, און אצינד האט זי געמאלדן אז זי איז געשפרעכן מיט׳ן פירער פונעם סאציאל-דעמאקראטישן ליבעראלע פארטיי מארטין שולץ איבער א מעגליכע קאאליציע, טראץ וואס שולץ איז געווען איר הויפט אפאנענט אין די וואלן און האט פארשפראכן נאך זיין שטארקע פארלוסט אז ער וועט איר באקעמפן פון די אפאזיציע באנק.

שולץ האט געזאגט פאר זיינע נאכפאלגער אז ער איז גרייט צו פארציכטן אויף זיין צוזאג צו פארבלייבן אין די אפאזיציע בלויז אויב ער באקומט א רייע צוזאגן פונעם קאנצלערין, אריינגערעכט א אייראפעיש שטייער רעפארם וועלכע דער פראנצויזישער פרעזידענט מאקראן האט איניציאטירט און דערווייל איז מערקעל דערקעגן, ער האט אויך מער ליבעראלע שטעלונגען איבער די עווייערמענט און איבער אימיגראציע, און אצינד וועט ער קענען שטופן זיין אגענדע וויבאלד מערקעל איז אין א גאר שווערע פאליטישע פאזיציע.

בילד: מארטין שולץ, דער פירער פונעם סאציאל-דעמאקראטישן ליבעראלע פארטיי

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל