אלבאני – די פירער פונעם עלעקטעריק גריד פון ניו יארק סטעיט, האבן נעכטן פובליצירט א באריכט, וואס צייגט אז די סטעיט וועט זיך קענען אן עצה געבן און וועט האבן גענוג עלעקטעריציטעט, אפילו נאכדעם וואס מען וועט שוין פארשליסן די קאנטראווערסיאלע "אינדיען פוינט" נוקלעארע איינריכטונג. "אינדיען פוינט" איז דערווארט צו ווערן אפגעשפארט אין יאר 2020, נאך לאנגע יארן וואס באאמטע און איינוואוינער האבן אויסגעדרוקט זארג איבער א פאטענציעלע נוקלעארע קאטאסטראפע, אבער עס איז פארט געווען א זארג אז די סטעיט וועט דארפן האבן אנדערע קוועלער פון עלעקטעריציטעט. למעשה זאגט די "ניו יארק אינדעפענדענט סיסטעם אפערעיטאר" אז מ'וועט האבן גענוג עלעקטער, און דאס וועט קומען פון דריי נייע גרויסע גאזאלין-געטריבענע פאוער איינריכטונגען וואס ווערן יעצט געבויעט.

בילד: ניו יארק ברויך נישט אינדיען פוינט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל