קאליפארניע – נעכטן האט מען געהערט אז די אויטאריטעטן האבן שוין אנגעהויבן קריגן קאנטראל אויף עטליכע פון די מאסיווע וואלדפייערן וואס ברענען לענגאויס דרום קאליפארניע. דאס "סקירבאלל פייער", וועלכע האט פארניכטעט 400 אקער-לאנד, פארברענט 6 געביידעס און געשעדיגט 12 אנדערע, איז ארום אכציג פראצענט אונטער קאנטראל און די פייערלעשער ארבעטן עס גענצליך צו פארלעשן. די אויטאריטעטן האבן געזאגט אז דאס פייער האט זיך אנגעהויבן פון דעם וואס א גרופע היימלאזע, וועלכע האלטן זיך אויף אין אן אומלעגאלן אייגן-געמאכטן קעמפ נעבן שאסיי-400 אין צפון קאליפארניע, האבן אנגעצונדן א קליין פייער וועלנדיג קאכן עסנווארג. נעכטן האט מען אויך געהערט אז דאס טאמעס פייער, דאס גרעסטע פון די יעצטיגע פייערן און דאס פינפטע גרעסטע אין קאליפארניע'ס היסטאריע, איז שוין 25 פראצענט אונטער קאנטראל.

בילד: אביסל קאנטראל אויף קאליפארניע פייערן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל