קאראקאס – דער ווענעזועלער דיקטאטור ניקאלעס מאדורא האט אין די לעצטע טעג אונטערגענומען אן אויפרייניגונג אינערהאלב זיין קאבינעט, ארויסווארפנדיג עטליכע הויכראנגיקע און לאנגיעריגע מיניסטארן. ספעציפיש האט מען נעכטן געהערט אז דער געוועזענער אויל מיניסטער יולאזשיא פינא און געוועזענער פירער פון דער רעגירונג-קאנטראלירטער פעדאסווא אויל פירמע, נעסטאר מארטינעז – וועלכע זענען ארויסגעווארפן געווארן פון זייערע אמטן מיט א וואך צוריק – זענען ארעסטירט געווארן אויף קלאגעס אז זיי האבן גענומען שוחד, געוואשן געלטער און אויך בארויבט די רעגירונג קאסעס. אנאליסטן זאגן אז מאדורא ווארפט ארויס די אלע מיניסטארן און ברענגט קארופציע קלאגעס קעגן א גרויסע פראצענט פון זיי, וויבאלד ער וויל צייגן פאר זיינע שכינות'דיגע לענדער אז ער איז גרייט צו באקעמפן די קארופציע מיט וועלכע זיין רעגירונג ווערט באשולדיגט, ווייל ער גייט לויפן קומענדיגן יאר פאר ווידערוויילונג און וויל האבן א גוטן נאמען. זיינע קעגנער ברענגען אבער ארויס אז מאדורא האט מעגליך באטראכט די צוויי, פינא און מארטינעז, אלס מעגליכע קאנדידאטן וועלכע וועלן זיך ארויסשטעלן קעגן אים, און דעריבער מאכט ער זיכער פטור צו ווערן פון סיי וועלכע מעגליכע פראבלעם פאר זיין ווידערוויילונג.

בילד: מאדורא רייניגט ווענעזועלער קאבינעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל