פראנקרייך – בנימין דארטי (Benjamin Darty), א 83 יעריגער איבערלעבער פון דער צווייטער וועלט קריג, האט געמאלדן אז ער וועט ביישטייערן איין מיליאן דאלאר פאר צוויי ספעציעלע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס וועלכע העלפן ארויס וועטעראנען פון דעם אמעריקאנער מיליטער, ארויסצוצייגן הכרת הטוב. בנימין'ס פאמיליע האט זיך געצויגן פון פוילן קיין פראנקרייך אין 939', צו אנטלויפן פון די נאציס ימ"ש. אין 942' איז זיין פאטער אנטלאפן, זאגנדיג אז ער גייט זיך באהאלטן, און זיין מוטער איז שפעטער ארעסטירט געווארן ווען די נאציס ימ"ש האבן צוזאמגענומען אידן לענגאויס פראנקרייך און זיי דעפארטירט קיין אוישוויץ, וואו זיין מוטער איז אומגעקומען. פאר די נאכפאלגענדע צוויי יאר איז בנימין געווען באהאלטן ביי פארשידענע פאמיליעס אינדרויסן פון פאריז, און ער געדענקט ממש ווי היינט ווען די טויזנטער אמעריקאנער טרופן זענען אנגעקומען צו די ברעגעס אין נארמאנדי, פראנקרייך, צו באפרייען דאס לאנד פון די נאציס ימ"ש, און פארטיילט דאן עסנווארג און זיסווארג פאר די אויסגעהונגערטע קינדער. בנימין זאגט אז היות ער האט געהאט סוקסעס אין זיין ביזנעס זינט דער קריג, וויל ער אצינד ארויסצייגן הכרת הטוב פאר'ן אמעריקאנער מיליטער, און דעריבער מאכט ער די גרויסע ביישטייערונג.


בילד: מלחמה איבערלעבער שענקט מיליאן דאלאר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל