איסטאנבול – א גאר אלטע אנטיק ספר תנ"ך איז געפונען געווארן מיט עטליכע טעג צוריק אין טערקיי, נאכדעם וואס די טערקישע פאליציי האבן ארעסטירט 4 פארשוינען אויף פארדאכטן אז זיי האבן געוואלט פארקויפן דעם היסטארישן ארטיקל אויפ'ן שווארצן אנטיק מארקעט. די פיר זענען ארעסטירט געווארן נאכדעם וואס זיי האבן אנגעבאטן צו פארקויפן דעם תנ"ך פאר א גרופע מענטשן, וועלכע זענען עכט געווען פארשטעלטע פאליציי דעטעקטיוון, וועמען די אויטאריטעטן האבן אונטערגעשטעלט, נאכ'ן באקומען אינפארמאציע אז די 4 ווילן פארקויפן דעם תנ"ך אויפ'ן שווארצן מארקעט. דער תנ"ך איז געפונען געווארן אינעם מוגלא פראווינץ אין דרום-מערב טערקיי, און לויט די טערקישע מידיא, איז עס ארום זיבן הונדערט יאר אלט. עס פארמאגט זעלטענע דעקאראציעס פון גאלד און איז געשריבן אויף פארמעט פון א הערש. אנטיק עקספערטן שאצן אז דער תנ"ך איז ווערד ארום 1.9 מיליאן דאלאר, און עס וועט יעצט טראנספערירט ווערן צו א לאקאלער מוזעאום, וואו עקספערטן וועלן פרובירן צו דערגיין די היסטאריע דערפון.

בילד: 700 יעריגער תנ"ך אנטדעקט אין טערקיי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל