קאנגרעס רעזיגנאציעס און רעטייערמענטס
וואשינגטאן – נעכטן האט מען געהערט אז דער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דזשאו בארטאן פון טעקסאס, וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג אין יאר 18', און וועט רעטייערן פון קאנגרעס. בארטאן'ס מעלדונג קומט נאכדעם וואס ער איז פארכאפט געווארן אין א פערזענליכן סקאנדאל, און זיין מעלדונג באדייט אז עס זענען שוין יעצט דא פופצן רעפובליקאנער קאנגרעסלייט וועלכע וועלן נישט לויפן פאר ווידערוויילונג אין די קריטישע מידטוירם וואלן קומענדיגן יאר, ווען ביי די דעמאקראטן זענען בלויז דא דריי קאנגרעסלייט וועלכע גייען נישט לויפן פאר ווידערוויילונג. באזונדער האט מען נעכטן געהערט פון דער דעמאקראטישער קאנגרעס פירער, נענסי פעלאסי, א פארלאנג אז דער לאנגיעריגער דעמאקראטישער קאנגרעסמאן דזשאן קאניערס זאל זאפארט רעזיגנירן, וואס דאס קומט נאך עטליכע טעג וואס פעלאסי האט פארטיידיגט קאניערס, טראץ וואס ער איז פארמישט אין א פערזענליכן סקאנדאל.

בילד: קאנגרעס רעזיגנאציעס און רעטייערמענטס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל