וואשינגטאן – קאנגרעס און סענאט האבן נעכטן געמאכט פארשריט אויף עטליכע פראנטן, הויפטזעכליך דאס וואס דער שטייער רעפארם ביל האט באקומען פרישע שטיצע אינעם סענאט, און דאס וואס מ'רעדט שוין פון א פלאן צו פארמיידן א רעגירונג שאטדאון. ערשטנס האט מען נעכטן געהערט פונעם רעפובליקאנער סענאטאר דזשאן מעקעין אז ער וועט יא שטימען פאר'ן שטייער רעפארם ביל, וואס זיין שטימע ווערט באטראכט אלס קריטיש, ווייל ער איז ווי א פירנדער פיגור צווישן אנדערע מעסיגע רעפובליקאנער סענאטארן און אויב ער קומט ווען ארויס דערקעגן, וואלט עס געהאט איינפלוס אויף אנדערע מעסיגע סענאטארן אויך ארויסצוקומען דערקעגן. איבער דער טעמע פון א שאטדאון, וואס קאנגרעס דארף ערלעדיגן א שפענדונג ביל, ווייל אויב נישט וועט פאסירן א שאטדאון אום דעצעמבער 22, האט מען געהערט נעכטן אז די רעפובליקאנער פירער אין קאנגרעס און סענאט ארבעטן אויף א קורצן שפענדונג ביל, וואס וועט האלטן די רעגירונג אפן אמווייניגסטנס ביז אנהייב יאר 18'.

בילד: מ'ארבעט איבער שאטדאון און שטייער רעפארם

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל