לאנדאן – פרייטאג האט מען ענדליך באוויזן צו דערגרייכן א וויכטיגן דורכברוך אין די ברעקזיט געשפרעכן צווישן ענגלאנד און דער אייראפעאישער יוניאן, ווען מען האט געגרייט אן אפמאך איבער די ערשטע פאזע פון געשפרעכן און מען האט זיך גערוקט צו פאזע נומער צוויי.

די ערשטע פאזע האט אריינגענומען דאס אויסארבעטן וויאזוי דער צעטיילונג וועט גיין, און עס איז אויסגעארבעט געווארן ערשטנס אז בריטישע בירגער וועלכע וואוינען אין לענדער פונעם אייראפעאישן יוניאן, וועלן ווייטער האבן אלע אייראפעאישע בירגערשאפט רעכטן נאכ'ן ברעקזיט ווי בעפאר'ן ברעקזיט, און דאס זעלביגע איז מיט אייראפעאישע יוניאן בירגער וועלכע וואוינען אין ענגלאנד. צווייטנס איז אויסגעארבעט געווארן אז עס וועט נישט אראפגעשטעלט ווערן א שטייפן גרעניץ צווישן איירלאנד (אן אייראפעאישע יוניאן לאנד) און צפון איירלאנד (א טעריטאריע וואס באלאנגט פאר ענגלאנד), און דריטנס, האט ענגלאנד מסכים געווען צו באצאלן צעשיידונג געלטער ארום 35 ביליאן פונט.

בילד: ברעקזיט געשפרעכן רוקט זיך צו צווייטע פאזע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל