באגדאד - די איראקער רעגירונג האט נעכטן דערקלערט פולקאמע און ענדגילטיגע זיג קעגן די אייסיס טעראר גרופע. דער איראקער פרעמיער מיניסטער היידאר על אבאדי האט געגעבן א רעדע, אין וועלכע ער האט דערקלערט דעם זיג, זאגנדיג ״איראקער בירגער, אייערע שטעט זענען באפרייט, און דער טרוים פון מער נישט זיין אונטער אייסיס, איז אצינד א רעאליטעט״. אבאדי האט געמאלדן דעם גרויסן זיג, עטליכע טעג נאכדעם וואס די איראקער מיליטער האט באוויזן צו פארטרייבן די סאמע לעצטע אייסיס קעמפער פון עטליכע גרעניץ ראיאנען, און אבאדי האט דערקלערט אז דעצעמבער 10 יעדעס יאר זאל ווערן געפייערט אלס א נאצינאלע חאגע אפצוצייכענען דעם זיג. אבאדי׳ס דעקלעראציעס איז געקומען צוויי טעג נאכדעם וואס די רוסישע מיליטער האט דערקלערט אז דער קאמף קעגן אייסיס אין סיריע איז פאראיבער.

בילד: איראק דערקלערט ענדגילטיג זיג קעגן אייסיס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל