א "קלעס עקשאן" קלאגע קעגן דער סיטי צוליב האלטן מענטשן אין אפגעזונדערטע, גאר-קליינע צעלן אין דער רייקערס איילאנד תפיסה איז געשליכטעט געווארן, נאך דעם וואס די שטאט איז איינגעגאנגען צו באצאלן פיר-מיליאן דאלאר צעטיילט צווישן די 470 אנקלעגערס.

רייקערס איילאנד איז א תפיסה אין וועלכער די סיטי פארהאלט מענטשן וואס ווארטן ארויסצוגיין אויף בעיל, אדער אזעלכע וואס זענען אנטזאגט געווארן בעיל און ווארטן אויף זייער פראצעס. 

אינעם יעצטיגן קעיס זענען אנגעשלאסן 470 מענטשן, וואס האבן אריינגעטראגן א קלאגע קעגן דער שטאט, אויף דער באשולדיגונג אז די טורמע-באהערדע האט זיי איינגעשפארט אין קליינע, אפגעזונדערטע, פארמאכטע קעמערלעך, באקאנט אלס "סאליטארי קאנפיינמענט", צוליב מינדערוויכטיגע, אפטמאל זינלאזע סיבות.

רייקערס איילאנד האט אויפגעהערט דאס טאן אין 2015, און די אנקלעגערס זענען געוועזענע ארעסטאנטן צווישן די יארן 2012 און 2015.

די טורמע איז באזונדערס בארימט צוליב דער קולטור פון הפקרות וואס באהערשט דאס פלאץ, און סקאנדאלן ארום דער תפיסה זענען שוין עטליכע מאל אויפגעקומען. מעיאר דעבלאזיא האט אין דער פארגאנגענהייט פארשפראכן צו פארמאכן די טורמע דורכאויס די קומענדיגע צען יאר.

בילד: שטאט שליכט "רייקערס איילאנד" טורמע אנקלאגע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל