מאנהעטן פארמאגט די טייערסטע געגנטן אין ניו יארק סיטי, און דאס איז אזוי שוין פאר א שיינע פאר יאר, אבער ברוקלין איז אויפ'ן וועג ארויף און דער חילוק צווישן ביידן ווערט אלץ קלענער.

די טייערסטע געגנט אין מאנהעטן דורכאויס 17' איז געווען "טרייבעקאַ", וואו דער דורכשניטליכער פרייז פאר א דירה איז א קנאפע 4.7-מיליאן דאלאר. דאס צווייט-טייערסטע ארט אין מאנהעטן איז "סאָוהאָו", מיט א דורכשניטליכן פרייז פון נאענט צו דריי-מיליאן דאלאר, נאכגעפאלגט ביי האדסאן סקווער, וואו דער דורכשניטליכער פרייז פאר א דירה באטרעפט איבער 2.3-מיליאן דאלאר.

די אקטיווסטע ערטער אין מאנהעטן, וואו די גרעסטע צאל הייזער און דירות זענען פארקויפט געווארן דורכאויס'ן יאר, זענען די אפער איסט סייד און אפער וועסט סייד.

ברוקלין האט זיך אנגעהויבן מיטכאפן מיט'ן וואגן, און פארמאגט שוין עטליכע פון די טייערסטע געגנטן אין ניו יארק סיטי. דער ערשטער אויף דער ליסטע איז די געגנט פון "דאמבאו", וואס געפינט זיך צווישן וויליאמסבורג און בארא פארק -- וואו דער דורכשניטליכער פרייז פאר א דירה איז כמעט צוויי-מיליאן דאלאר. די אנדערע צוויי זענען, "באראם היל" און "רעד הוק" -- ביידע אין דער אומגעגנט פון וויליאמסבורג, וועלכע איז אליין אויך נישט קיין קטלא קניא, און קומט אריין אויפ'ן 36סטן ארט אויף דער ליסטע פון טייערסטע געגנטן אין דער שטאט.

בילד: ברוקלין פארמאגט טייערסטע געגנטן נאך מאנהעטן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל