טאראנטא – די לוי' פון דער רייכער אידישער שערמאן פארפאלק, איז פארגעקומען אין טאראנטא, מיט דער באטייליגונג פון פילע אידן און הויכראנגיקע פאליטישע באאמטע.

די לויה קומט איין וואך נאכדעם וואס די פארפאלק בערי שערמאן און זיין פרוי זענען געפונען געווארן מיסטעריעז טויט אין זייער היים. ביי דער לויה האבן זיך באטייליגט דער קאנאדישער פרעמיער מיניסטער דזשאסטין טרודא, אנטעריא פרעמיער קעטלין וויין און טאראנטא מעיאר דזשאן טאורי. די רעדנער ביי דער לויה האבן ארויסגעברענגט די פארשידענע פילאנטראפישע ארבעט וואס בערי שערמאן און זיי פרוי האבן געטאן אין לויף פון די יארן, און ספעציפיש פאר דער אידישער געמיינדע, און קינדער פון דער שערמאן פאמיליע האבן ביי זייערע רעדעס פארדאמט די מידיא, פאר'ן פארשפרייטן פאלשע נייעס און שפעקולאציעס אז זייערע עלטערן האבן זיך גענומען דאס לעבן.

בילד: לויה פאר רייכע אידישע שערמאן פארפאלק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל