וואשינגטאן – א פעדעראלע ריכטער האט נעכטן געאורטיילט, אז די ספעציעלע פרעזידענטליכע קאמיסיע וועלכע פארשט וואל שווינדלערייען, וואס פרעזידענט טראמפ האט געגרינדעט, מוז געבן מער צוטריט פאר די דעמאקראטישע מיטגלידער אויף דער קאמיסיע. דער געריכט אורטייל קומט נאכדעם וואס עטליכע דעמאקראטן וואס דינען אויף דער קאמיסיע האבן געזאגט, אז זיי באקומען נישט צוטריט צו פארשידענע דאקומענטן וואס די קאמיסיע פירער האבן געזאמלט און צוזאמגעשטעלט, וואס די דעמאקראטן זאגן אז דאס איז צוליב וואס די גאנצע קאמיסיע איז פאליטיש מאטיווירט ארויסצוקומען מיט א החלטה אז עס זענען געווען וואל שווינדלערייען ביי די פארלאפענע פרעזידענט וואלן, און וועגן דעם האט פרוי קלינטאן באקומען מיט 4.6 מיליאן שטימען מער ווי דאנאלד טראמפ. ריכטער קאולין קאטעלי האט געזאגט אז די קאמיסיע מוז זאפארט צושטעלן אייניגע צוטריט צו אירע דאקומענטן פאר אלע מיטגלידער.

בילד: געריכט אורטייל איבער וויילער פאנעל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל