ניו יארק – פעדעראלע פראקורארן אין ניו יארק האבן געעפנט א פרישע אויספארשונג קעגן דזשעראד קושנער. די אויספארשונג איז איבער א הלוואה פון 285 מיליאן דאלאר, וואס די אייראפעאישע "דויטשע באנק" האט געמאכט פאר קושנער׳ס ריעל עסטעיט ביזנעס, בלויז 4 וואכן בעפאר די פרעזידענט וואלן פאראיאר. עס איז נישט קלאר צי די אויספארשונג איז פארבינדן מיט דער דר אנגייענדיגער רוסלאנד אויספארשונג אדער מיט דער אנגייענדיגער וויזא פארלעצונג אויספארשונג קעגן קושנער, אבער עס קומט אין א צייט וואס קושנער איז דער קרבן פון פילע נעגאטיווע אטאקעס און באריכטן אין דער מידיא, אריינגערעכנט פון פרעזידענט טראמפ'ס געוועזענער הויפט סטראטעגיסט סטיוו בענאן, וועלכער זאגט אז קושנער איז שולדיג דערויף וואס ס'איז יעצט דא אן אנגייענדיגע אויספארשונג איבער "טראמפ-רוסלאנד", ווייל קושנער האט נאכאנאנד גענומען נאך און נאך זיצונגען מיט רוסישע פיגורן, וועלנדיג טרעפן שמוץ אויף פרוי קלינטאן.

בילד: קושנער אונטער פארשונג צוליב "דויטשע באנק"

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל