קאליפארניע – א געוועזענער אמעריקאנער מארין איז ארעסטירט געווארן דורך די עף-בי-איי, אויף פארדאכטן אז ער האט פלאנירט א טעראר אטאקע אין סאן פראנציסקא. די עף-בי-איי האט אידענטיפיצירט דעם ארעסטירטן פארשוין אלס עוועריט עראן דזשעמעסאן, א 25 יעריגער, און די פעדעראלע אויטאריטעטן זאגן אז ער האט דיסקוסירט א טעראר אטאקע פלאן מיט געהיימע עף-בי-איי אגענטן וועמען ער האט געמיינט אז זיי זענען אייסיס סימפאטיקער. די געריכטליכע דאקומענטן צייגן, אז דזשעמעסאן האט געוואלט אטאקירן די "פיער 39" געגנט אין סאן פראנציסקא אין די קומענדיגע חאגע טעג, ווען עס איז אנגעפילט מיט טויזנטער טוריסטן פון איבער דער וועלט. די אויטאריטעטן האבן געטראפן וואפנס, א צוואה און א בריוו איבער דער אטאקע, אין דזשעמעסאן'ס היים. אינעם בריוו האט דזשעמעסאן געשריבן אז ער וויל דורכפירן די אטאקע, צוליב וואס ער איז ברוגז אויף פרעזידענט טראמפ פאר'ן דערקלערן ירושלים אלס מדינת ישראל'ס הויפטשטאט.

בילד: סאן פראנציסקא אייסיס אטאקע צעשטערט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל