וואשינגטאן סטעיט – די אויספארשער פון די נאציאנאלע טראנספארטאציע סעיפטי באורד, האבן ארויסגעגעבן פרישע אינפארמאציע איבער'ן עמטרעק באן קראך וואס האט פאסירט פאריגע וואך אין וואשינגטאן סטעיט, ווען א באן איז אראפגעפלויגן פון א בריק און עס האט זיך געענדיגט מיט 3 פאטאליטעטן. די אויספארשער זאגן אז 6 סעקונדעס בעפאר די באן איז אראפגעפלויגן פון די שינעס, האט דער דרייווער קאמענטירט איבער די שנעלע ספיד פון דער באן, און האט געדרוקט דעם "ברעיק" צו פארלאנגזאמען דעם באן'ס גאלאפ, אבער ער האט נישט געדרוקט די ספעציעלע עמורדזשענסי ברעיקס. אויך האבן די אויטאריטעטן געזאגט אז ווידעא פון אינעווייניג אין באן צייגט קלאר אז דער דרייווער האט זיך נישט געשפילט מיט זיין סעלפאון בשעת'ן קראך, וואס דאס איז געווען א הויפט טעאריע, אז ער איז געווען פארשפילט און פארטראכט און דאס האט צוגעברענגט דעם קראך.

בילד: פרישס איבער פאטאלן עמטרעק קראך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל