וואשינגטאן – עס איז אנגעצייגט געווארן די פאזיטיווע אפעקטן וואס פרעזידענט טראמפ'ס שטייער רעפארם – וועלכע ער האט אונטערגעשריבן פרייטאג מיטאג – האט שוין ביז יעצט געהאט, ווען עטליכע גרויסע קארפארעישאנס זענען ארויסגעקומען און געמאלדן אז זיי וועלן געבן געהאלט העכערונגען פאר זייערע ארבעטער, וויבאלד קארפארעישאנס וועלן זיך שפארן אסאך שטייער-געלטער אונטער'ן נייעם פלאן. די גרויסע "קאמקעסט" מידיא פירמע האט געזאגט אז זי וועט געבן טויזנט דאלארדיגע באנוסעס פאר מער ווי הונדערט טויזנט איינגעשטעלטע; "וועלס פארגא" באנק וועט הייבן איר שטונדיגע ראטע צו 15 דאלאר, און וועט באזונדער געבן 400 מיליאן דאלאר פאר פארשידענע ארגאניזאציעס; "עי-טי-ענד-טי" פלאנירט אויך אויסצוגעבן מיט איין ביליאן דאלאר מער, און וועט געבן טויזנט דאלאר באנוסעס פאר מער ווי 200,00 ארבעטער.

בילד: פאזיטיווע אפעקטן פון שטייער רעפארם

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל