ניו יארק - א פלאן פונעם ניו יארק סיטי קאונסיל, אז פאליציי אפיצירן זאלן פארטיילן ביזנעס קארטלעך פאר מענטשן וועמען זיי שטעלן אפ, אבער ארעסטירן נישט, וועט אפקאסטן פאר ניו יארק סיטי שטייערצאלער נאענט צו זעקס מיליאן דאלאר אינעם ערשטן יאר. דער געדאנק פון די ביזנעס קארטלעך, איז טייל פון א מאסיוון פאליציי רעפארם געזעץ, וואס דער סיטי קאונסיל האט באשטעטיגט פאריגע וואך, און יעדעס קארטל וועט האבן דעם נאמען פונעם אפיציר, זיין ראנג און בעדזש נומער, מיט אנווייזונגען וויאזוי אנצורופן ״311״. ציפערן פונעם סיטי קאונסיל ביל צייגן אז די קארטלעך וועלן אפקאסטן 5.9 מיליאן דאלאר דעם ערשטן יאר, און דערנאך יערליך 3.8 מיליאן דאלאר. א קאונסיל ווארטזאגער האט פארענטפערט די אסטראנאמישע ציפערן, זאגנדיג יעדער פון די 36 טויזנט סיטי פאליציי אפיצירן, וועט באקומען א שאכטל מיט טויזנט קארטלעך.

בילד: פאליציי ביזנעס קארטלעך, 6 מיליאן דאלאר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל