קאליפארניע – צוויי "קלעס עקשאן" אנקלאגעס זענען אריינגעגעבן געווארן קעגן דער "עפל" טעכנאלאגיע פירמע, נאכדעם וואס זי האט מודה געווען אין א פובליק סטעיטמענט אז זי טוט דירעקט פארלאנגזאמען אלטע ווערסיעס פון אירע "אייפאונס". באנוצער פון עלטערע ווערסיעס פונעם אייפאון, באקלאגן זיך שוין א לענגערע צייט, אז עס ווערט אלס פאמעלעכער און לאנגזאמער, און דער מאשין איז מער נישט אזוי "פליסיג" ווי ווען זיי האבן עס געקויפט. עס זענען געווען פארדאכטן, אז "עפל" טוט דאס דירעקט, ווייל זיי ווילן מענטשן זאלן אויפגעבן זייערע אלטע אייפאונס און איינקויפן די טייערערע נייע ווערסיעס, און עפל איז יעצט ארויסגעקומען מודה זיין, אז זי טוט טאקע דירעקט פארלאנגזאמען די אלטע סארט סעלפאונס, אבער נישט ווייל זי וויל מ'זאל קויפן נייע, נאר ווייל די באטעריעס ווערן אפגעשוואכט נאך עטליכע יאר נוצן, און זיי מאכן דעם סעלפאון פאמעלעך ארבעטן, אז ס'זאל פארנוצן ווייניגער באטעריע. די אנקלאגעס זענען אריינגעגעבן געווארן דורך גרופעס פון הונדערטער עפל קאסטומערס אין קאליפארניע און שיקאגא, און די אנקלעגער זאגן אז עפל האט פארלעצט דאס געזעץ מיט'ן באהאלטן דעם פאקט ביז היינט.

בילד: עפל געקלאגט איבער לאנגזאמע סעלפאונס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל