טאלינען – די פאליציי אין עסטאניע האבן אנגעהאלטן זייער אינטערעסאנטע ענדע-יאר טראדיציע, ארויסשיקנדיג "שווארצע קארטלעך" פאר די סאמע ערגסטע דרייווערס אין לאנד, מיט'ן ציל זיי אנצושרעקן און ברענגען צו דרייוון מער וואכזאם און פארזיכטיג. די טראדיציע גייט שוין אן פון יאר 11', אינעם לענדל עסטאניע וואס פארמאגט 1.3 מיליאן בירגער, אז יעדעס ענדע יאר שיקן זיי ארויס די קארטלעך פאר די דרייווערס וועלכע זענען באגאנגען מער ווי 5 הארבע טראפיק פארלעצונגען אין לויף פונעם יאר, און אויף די קארטלעך זענען געדרוקט שוידערליכע בילדער פון פאטאלע קאר עקסידענטן, זיי צו דערשרעקן וואס ס'קען פאסירן אויב זיי גייען ווייטער אן מיט זייער ווילדע דרייוון. עסטאניער אויטאריטעטן האבן היי יאר ארויסגעשיקט 700 פון די סארט קארטלעך, און זיי זאגן אז דער פראיעקט איז ביז היינט געווען סוקסעספול, שניידנדיג די צאל יערליכע פאטאליטעטן פון קאר עקסידענטן.

בילד: עסטאניע'ס "טיקעטס" פאר שלעכטע דרייווערס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל