טאראנטא – קאנאדישע פאליציי האבן געעפנט אן אויספארשונג צו דערגיין וואס עס האט פאסירט מיטן אידישן ביליאנער בערי שערמאן און זיין פרוי, וועלכע זענען געפונען געווארן נישט לעבעדיג אין זייער היים אין טאראנטא. שערמאן און זיין פרוי, וועלכע האבן געפירט די ביליאן דאלארדיגע פארמאסי ביזנעס ״אפאטעק״, זענען געפונען געווארן פרייטאג נישט לעבעדיג, און די פאליציי, וואס איז באלד אראפגערופן געווארן, זאגט אז זיי שליסן נישט אויס די מעגליכקייט אז דאס אידישע פארפאלק איז דערמארדעט געווארן. דאס שערמאן פארפאלק איז באקאנט געווען פאר דעם אלגעמיינעם טאראנטאער אידנטום אלס פילאנטראפן, ביישטייערנדיג מיליאנען דאלארן פאר אידישע צוועקן און ארגאניזאציעס אין דער שטאט, און אזוי אויך פאר אידישע ארגאניזאציעס איבער דער וועלט, אריינגערעכנט איבערלעבער פונעם צווייטן וועלט קריג. די פאליציי האבן פארשפראכן זיך צו דערגרונטעווען און געוואויר ווערן וואס עס האט פאסירט, און לאקאלע קאנאדישע באאמטע האבן אויסגעדרוקט טרייסט וואונטשן פאר דער שערמאן פאמיליע און פאר'ן לאקאלן אידנטום.

בילד: אידישע טאראנטא פארפאלק דערמארדעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל