מיאנמאר - צענדליגער זשורנאליסטן אינעם לאנד מיאנמאר האבן אונטערגענומען א קאמפיין, צו גיין געקליידט מיט שווארצע העמדער, אלס טייל פון א פראיעקט אויסצודרוקן סאלידאריטעט מיט צוויי ״רויטערס״ זשורנאליסטן וועלכע זענען דארטן ארעסטירט געווארן פארגאנגענע וואך. די צוויי זענען ארעסטירט געווארן נאכדעם וואס זיי האבן באקומען פון רעגירונג קוועלער געהיימע דאקומענטן איבער׳ן אנגייענדיגן קריזיס מיט די רוהינגא מוסולמענער מינאריטעט, וועלכע זענען קאנצענטרירט אינעם ראקהיין ראיאן, און הונדערטער טויזנטער פון זיי זענען אנטלאפן אין די לעצטערע מאנאטן צוליב א פייניגונג קאמפיין וואס דאס מיאנמארער מיליטער האט קעגן זיי אונטערגענומען. די מיאנמאר רעגירונג לייקנט די פייניגונגען אויף די רוהינגאס און האבן ארעסטירט די רויטערס זשורנאליסטן, וועלנדיג פארמיידן די ארויסרינונג פון געהיימע דאקומענטן ארום דעם קריזיס.

בילד: אויפברויז איבער מיאנמאר׳ס זשורנאליסטן ארעסט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל