סידני – א צפון-קארעאר שפיאן איז אויפגעדעקט געווארן אין אויסטראליע און איז ארעסטירט געווארן אויף הארבע קלאגעס. די פאליציי אין סידני, אויסטראליע האבן ארעסטירט דעם פארשוין טשאן האן טשאי, 59 יאר, און אים אנגעקלאגט פאר'ן וועלן שפילן אלס "בראוקער" פון אומלעגאלע עקספארטן פון מיסיל טיילן פון אויסטראליע קיין צפון קארעא, וואס דערמיט האט ער פארלעצט יו-ען אנטי-וואפנס רעגולאציעס און אויסטראלישע סאנקציעס קעגן דעם צפון קארעא רעזשים. די פאליציי זאגט אז טשאי וואוינט שוין אין אויסטראליע איבער דרייסיג יאר, שטאמענדיג אריגינעל פון קארעא, און זיי פארדעכטיגן אז דער צפון קארעא רעזשים האט מעגליך איינגעפלאנצט טשאי אלס א לאנגיעריגער שטילער שפיאן אין אויסטראליע. טשאי איז אויך אנגעקלאגט געווארן מיט'ן פארלעצן די "מאסן פארניכטונג וואפנס" געזעצן אין אויסטראליע, וואס ס'איז דאס ערשטע מאל אין אויסטראליע'ס היסטאריע וואס עמיצער ווערט אנגעקלאגט מיט אזעלכע סארט הארבע קלאגעס.

בילד: שפיאן פון צפון קארעא אין אויסטראליע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל