פוילן – דער סאמע ערשטער אידישער האטעל האט זיך געעפנט אין דער שטאט קראקא, איבער זיבעציג יאר נאכדעם וואס כמעט דאס גאנצע קראקעווער אידנטום איז פארלענדט געווארן ביים צווייטן וועלט קריג. דער האטעל, וועלכע ווערט גערופן "האטעל פוילן", האט געקאסט ארום א האלבן מיליאן דאלאר צו בויען, וואס א נישט-אידישער ביזנעסמאן האט אינוועסטירט די געלטער. עס געפינט זיך הארט נעבן דעם "דזשאן פאול אינטערנאציאנאלע לופטפעלד", און עס פארמאגט פילע אידישע איינריכטונגען, אריינגערעכנט א כשר'ע קיך מיט'ן הכשר פונעם פוילישן הויפט רב הרב מיכאל שודריך שליט"א, און א בית המדרש וואס שטייט גרייט צום באנוץ פון די געסט רונדע דעם זייגער. עס קאסט נישט מער ווי 45 אמעריקאנער דאלאר א נאכט אינעם האטעל, וועלכע שטעלט אויך צו א שאטעל סערוויס צום צענטער פון קראקא, און די אידישע מענעדזשערס פונעם האטעל זאגן אז עס וועבן זיך פלענער צו בויען א הערליכע מקוה אינעם האטעל.

בילד: ערשטער אידישער האטעל אין פוילן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל