ווארשא – די פוילישע רעגירונג האט געמאלדן אז זי וועט אויסגעבן 28 מיליאן דאלאר, צו העלפן פארריכטן דעם גרויסן אידישן בית החיים אין ווארשא. די רעדע איז פונעם אקאפאווא גאס בית החיים אין ווארשא, וועלכע איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1806, און היינט צוטאגס ליגן דארטן א פערטל מיליאן אידן. אין לויף פון צווייטן וועלט קריג, איז דער בית החיים שטארק געשעדיגט געווארן, סיי פון פארנאכלעסיגקייט און סיי פון נאצישע אטאקעס, און אויך שפעטער ווען פוילן איז געווען אונטער א קאמוניסטישן רעזשים, איז דער בית החיים געווען דער ציל פון אטאקעס און וואנדאליזם. די געלטער וואס די פוילישע רעגירונג האט אוועקגעשטעלט פאר'ן בית החיים, וועט גיין צוריקצושטעלן פילע אראפגעפאלענע מציבות, אפשניידן גראז און געוויקסן פון מציבות, און פארריכטן די זיכערהייט מאסנאמען ארום דעם בית החיים.

בילד: 28 מיליאן דאלאר צו פארריכטן ביה"ח

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל