מאנילא – אמווייניגסטנס 180 זענען אומגעקומען און מער ווי צוויי הונדערט זענען דערווייל פארשוואונדן, נאכדעם וואס א שווערער טראפישער שטורעם האט געברענגט פארפלייצונגען און מאראסט-גליטשן לענגאויס דרום פיליפינען. יערליך ווערט דאס לאנד אנגעפאלן מיט צוואנציג טייפון שטורעמעס און האריקעינס, און היי יאר שטעלט זיך ארויס צו זיין א באזונדער-טויטליכע יאר פאר דער ארטיגער באפעלקערונג, נאכדעם וואס דרום פונעם לאנד איז באטראפן געווארן פון דעם טראפישן שטורעם "טעמבין" מיט עטליכע טעג צוריק, און די נאכווייען שפירן זיך נאך אין גרויסן. נאענט צו הונדערט טויזנט מענטשן זענען געווען געצוואונגען צו אנטלויפן פון זייערע היימען צוליב די פארפלייצונגען, און טויזנטער פאסאזשירן, אריינגערעכנט טוריסטן און אויסלענדישע באזוכער, זענען געשטראנדעט אין ארטיגע לופטפעלדער. די געגנט וואס איז די שטערקסטע באטראפן געווארן איז דער אינזל מינדאנאוע, וואו א סטעיט אוו עמורדזשענסי איז אין אפעקט.

בילד: 180 טויט פון פיליפינער פלייצונגען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל