שפאניע – א פרישע דראמא אנטוויקלט זיך אין קאטאלאניע, דער שפאניער ראיאן וואו עס האבן זיך געטאן איבערקערענישן מיט עטליכע מאנאטן צוריק, נאכדעם וואס די ארטיגע פירער האבן דערקלערט זעלבסטשטענדיגקייט. עס זענען פארגעקומען וואלן אין קאטאלאניע פארגאנגענע וואך, און די פארטיי פונעם ארויסגעווארפענעם פירער קארלאס פוזשעמאנט האט שטארק געוואונען, אינאיינעם מיט עטליכע אנדערע סעפעראטיסטישע פארטייען וועלכע שטיצן אויך דעם געדאנק פון אפרייסן קאטאלאניע פון שפאניע. דער פראבלעם איז אז פוזשעמאנט באהאלט זיך אויס אין בעלגיע, ווייל ער האט מורא אז ער וועט ארעסטירט ווערן אויב קומט ער צוריק קיין קאטאלאניע. אצינד בעט ער זיך אז מען זאל אים לאזן צוריקקומען, אז ער זאל קענען העלפן פארמירן א נייע רעגירונג אין קאטאלאניע, און ער וויל אויך זיך זעצן פאר געשפרעכן מיט'ן שפאנישן פירער, וועלכער האט עס קאטעגאריש אנטזאגט.

בילד: פרישע דראמא אין קאטאלאניע

מאפע: פרישע דראמא אין קאטאלאניע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל