וואשינגטאן – די פעדעראלע "דעפארטמענט אוו אגריקולטור" באטראכט ערנסטע טוישונגען און רעפארמען צו "פוד-סטעמפס", דער פעדעראלער הילפס פראגראם וואס פארטיילט יערליך 73 ביליאן דאלאר און פיטערט 42 מיליאן אמעריקאנער בירגער. צווישן די טוישונגען וואס זיי באטראכטן, נעמט אריין צו ערלויבן סטעיטס איינצושטעלן א פארבאט אויף איינקויפן סאדע און נאשערייען מיט די פוד-סטעמפס געלטער, און אויך אז מ'וועט מער נישט קענען באקומען די בענעפיטן דורכ'ן אריינשיקן אויסגעפילטע אפליקאציעס, נאר מען וועט מוזן אראפקומען פערזענליך צו א רעגירונגס-אפיס אריינצוגעבן אפליקאציעס. די "סיג" קאנסערוואטיווע גרופע האט אויך ארויסגעשטעלט א פארשלאג אינגאנצן איבערצוטוישן דעם פוד-סטעמפס פראגראם, אז ס'זאל זיין ענליך צו די "וויק" בענעפיט, אז מ'זאל נאר מעגן קויפן א באשטימטע ליסטע פון פראדוקטן, און נישט סתם איינקויפן אלע גראסערי פראדוקטן וואס מ'וויל. די פארגעשלאגענע טוישונגען האבן געברענגט נעגאטיווע רעאקציעס ביי פילע אקטיוויסטן גרופעס, וועלכע זאגן אז ס'וועט פארערגערן דעם צושטאנד פון ארימקייט אין לאנד.

בילד: רעגירונג וויל טוישונגען אין פוד-סטעמפס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל