וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אונטערגעשריבן א ספעציעלע פרעזידענטליכע פארארדענונג, דירעקטירנדיג די אמעריקאנער ספעיס אגענטור "נאסא" ווידעראמאל אנצוהייבן שיקן אמעריקאנער אסטראנאטן צו דער לבנה, און ארבעטן מיט א ציל צו שיקן מענטשן ביז צום ווייטן פלאנעט מארס. די נייע פאליסי פון דער טראמפ אדמיניסטראציע, צו ארבעטן צו שיקן נאכאמאל מענטשן צו דער לבנה, וועט ערזעצן א פאליסי וואס איז אריינגעשטעלט געווארן אין קראפט אונטער דער אבאמא אדמיניסטראציע אין יאר 10', וועלכע האט נישט אריינגענומען קיין פארארדענונג צו שיקן מענטשן צו דער לבנה. אבאמא האט געוואלט אז נאסא זאל ענדערש פארלייגן מער כוחות צו צילן צו לאנדן אויף אן "אסטערויד" אין יאר 025' און דערנאך ארומפארן דעם פלאנעט מארס אין די מיטעלע 030' יארן. ווי טראמפ האט נעכטן דערקלערט, איז אמעריקע דער פירער ווען עס קומט צו ספעיס פארשונגען, און ער צילט אז אמעריקע זאל פארבלייבן דער פירער.


בילד: טראמפ דירעקטירט נייע נאסא-לבנה מיסיעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל