- ניו יארק גאווערנאר קאומאו האט פארארדענט פארשטארקערטע זיכערהייט מאסנאמען לענגאויס ניו יארק, און ספעציפיש אין וויכטיגע פובליק ערטער, וואו עס דרייען זיך א סאך מענטשן אויפאמאל, זאגנדיג אז מען זאל זיך נישט זארגן אויב מ'וועט זען מער פאליציי אפיצירן און אנדערע זיכערהייט מאסנאמען.

- מען האט געהערט באגריסונגען פון איבער דער וועלט, הויפטזעכטליך פונעם בירגערמייסטער פון פאריז, פראנקרייך, אננא הידאלגא, וועלכער האט געזאגט אז פאריז שטייט צו דער האנט פון ניו יארק סיטי, אויפ'ן זעלבן פארנעם ווי ניו יארק סיטי שטייט צו דער האנט פון פאריז, נאך טעראר אטאקעס דארטן.

- דאס ווייסע הויז האט פובליצירט אן אפיציעלן סטעיטמענט פון פרעזידענט טראמפ, פארדאמענדיג די אטאקע און שיקנדיג וואונטשן צו די אפעקטירטע. טראמפ האט בעיקר געזאגט אז די אטאקע איז א פרישע דערמאנונג איבער דער וויכטיקייט פון רעפארמירן די אימיגראציע סיסטעמען, בעסער צו באשיצן אמעריקע פון סכנות.

בילד: רעאקציעס צו ניו יארק טעראר אטאקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל