מאנהעטן – א פרישע טעראר אטאקע האט פאסירט אין ניו יארק סיטי נעכטן, ווען א פארשוין האט פרובירט אויפצורייסן א באמבע און באגיין זעלבסטמארד, אין אן אנגעפילטן קארידאר פון דער "פארט אויטאריטי" טראנזיט סטאנציע אין מאנהעטן, אויפוועקנדיג פונדאסניי די טעראר-זארגן ביי די ניו יארקער איינוואוינער.

די אטאקע האט פאסירט צווישן 7:30 און 8:00 אינדערפרי, ווען די סטאנציע איז געווען אנגעפילט מיט ניו יארקער, וועלכע האבן זיך געיאגט צו דער ארבעט, און פונקט איז דער טעראריסט אריינגעקומען אין דער סטאנציע פרובירנדיג אויפצורייסן א באמבע אויף זיך, אבער צו אלעמענ'ס מזל האט עס נישט געהעריג אויפגעריסן.

פאליציי און פייערלעשער האבן זיך געיאגט צו דער סצענע, און זיי האבן זאפארט עוואקואירט די גאנצע סטאנציע און בלאקירט עטליכע גאסן ארום. דער פארשוין איז ארעסטירט געווארן אויפ'ן ארט און איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, האבנדיג געליטן ערנסטע וואונדן פונעם אויפרייס. 3 אנדערע זענען לייכט פארוואונדעט געווארן.

ניו יארק סטעיט גאווערנאר ענדרו קאומאו, ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא, פאליציי קאמישאנער אניעל און אנדערע באאמטע, האבן אפגעהאלטן א פרעסע קאנפערענץ פארנט פון דער סטאנציע, אין וועלכע דעבלאזיא האט דערקלערט אז דער אויפרייס איז געווען א דורכגעפאלענע טעראר אטאקע.

שפעטער האבן ניו יארק סיטי באאמטע אידענטיפיצירט דעם טעראריסט, אלס דער 27 יעריגער אקאיעד אולא. א געבוירענער אין בענגלאדעש, וואס איז געקומען קיין אמעריקע מיט זיין פאמיליע אין יאר 11'. ער האט זיך באזעצט אינעם פלעטבוש ראיאן אין ברוקלין, וואו ער האט געדרייווט א טעקסי ביז יאר 15'.

פאליציי באאמטע זאגן אז אול איז אינספירירט געווארן דורך אייסיס, און לויט קוועלער האט אולא געזאגט פאר די אויספארשער, אז ער האט דורכגעפירט דעם אויפרייס צו נעמען נקמה קעגן מדינת ישראל'ס באמבארדירונגען אויף פאלעסטינער אין עזה.

בילד: ניו יארק סיטי אויפגעטרייסלט נאך דורכגעפאלענער טעראר אטאקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל