פראנקרייך – פאליציי אין פראנקרייך האבן ארעסטירט 5 פארשוינען אין פארבינדונג מיט אן אנטיסעמיטישער רויבעריי אויף א פראמינענטער אידישער פאמיליע. די רויבעריי האט פאסירט אום אלול תשע"ז, ווען דריי פארשוינען, מיט פארמאסקירטע געזיכטער, האבן זיך איינגעבראכן אינעם היים פון ראדזשער פינטו, פרעזידענט פון די "סיאנו", א אידישע גרופע וועלכע רעפרעזענטירט ספרדי'שע אידן אין פראנקרייך. די אטאקירער האבן טעראריזירט די פרוי און זון, וועלכע זענען דאן געווען אינדערהיים, האלטנדיג זיי אלס משכונות פאר א לענגערע צייט, בשעת די אטאקירער זענען ארומגעגאנגען אינעם הויז און געזוכט טייערע חפצים, צווינגענדיג די פאמיליע ארויסצוגעבן אינפארמאציע וואו עס ליגן באהאלטן געלטער און אנדערע זאכן. "איר אידן האט געלט!" – האבן איינער פון די פארשוינען געשריגן. (לויט איין ווערסיע, האט יענער געשריגן "איר אידן האט געלט, יעצט גייען מיר עס נעמען און געבן פאר מוסולמענער!) די פאמיליע האט געדארפט צוקומען צו שפיטאל באהאנדלונג, און אצינד, נאך א פארצויגענע אויספארשונג, האט מען באוויזן צו ארעסטירן די 5 שולדיגע.

בילד: ארעסט אין פראנצויזישער אנטיסעמיטישער רויבעריי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל