די 'פאליטיקא' נייעס קוואל האט אויפגעדעקט אז די אבאמא אדמיניסטראציע האט, אויף די פערזענליכע באפעל פון פרעזידענט אבאמא, באפוילן פאר די דראג אינפארסירונג אויטאריטעטן און די סי-איי-עי אפצולאזן אן אנגייענדע אויספארשונג איבער פארשידענע קרימינאלע אקטיוויטעטן פון דער איראן-געשטיצטער טעראר-גרופע 'כעזבאלא', וויבאלד דאס וואלט געשטערט דורכפירן דעם נוקלעארן אפמאך וואס אבאמא האט דעמאלט געהאלטן ביים אונטערשרייבן מיט איראן.

די כעזבאלא טעראר גרופע פארמאגט א גלאבאלע נעץ פון אומלעגאלע שמוגלעריי און דראגס אקטיוויטעטן, וועלכע ברענגען אריין ארום א ביליאן דאלער א יאר צו פינאנצירן אירע טעראר אקציעס. די אקטיוויטעטן זענען הויפטזעכליך קאנצעטרירט אין דרום אמעריקאנער לענדער ווי קאלאמביע, מעקסיקא, און נאך.

לויט די באריכטן האט די אמעריקאנער דראג אינפארסירונג אגענטור געפירט א פארצווייגטע אפעראציע, אונטער׳ן נאמען ״פראיעקט קאסאנדרע״, וואס האט זיך געצויגן אויף 8 יאר, נאכצוגיין די אקטיוויטעטן און אידענטיפיצירן די אנפירער פון די קרימינאלע רינגען, ווי אויך נאכגיין די פוסטריט ביז די אנפירער פון די טעראר גרופע, באזירט אין לבנון.

אום 2016 איז דער פראיעקט כמעט געקרוינט געווארן מיט סוקסעס, נאכדעם וואס די אגענטורן האבן געהאט גענוג מאטריאל און באוויזן צו אנקומען ביזן שפיץ, און זיך געגרייט דורכצופירן א כוואליע פון ארעסטן, אריינגערעכנט דעם פירער פון דער גרופע אין דרום אמעריקע. אבער צו זייער אנטוישונג האבן זיי אנגעהויבן אויסשטיין שטרויכלונגען פון אנדערע רעגירונג אגענטורן, און דאן איז געקומען א דירעקטע באפעל פונעם פרעזידענט אפצושטעלן די מיסיע.

איינע פון די אגענטן וועלכער איז געווען פארמישט אין די אפעראציעס האט געזאגט, אז דער פרעזידעט האט דאס געטאן וויבאלד ער האט מורא געהאט אז א עפנטליכע אפעראציע קעגן כעזבאלא וועט מעגליך שטערן דעם אפמאך מיט איראן.

בילד: פראיעקט קאסאנדרע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל